kerbale (kerbale) wrote,
kerbale
kerbale

לכבוד דעם טאַטנס 90סטן געבורטסטאָג



היינט פאַלט אויס לויט דעם
אַלגעמיינעם קאַלענדאַר דער 90 געבוירנטאָג פון יוסף קערלער, טו איך דעריבער פאַרעפנטלעכן דאָ, לכבוד דער דאַטע, דריי פון זיינע לידער פון פאַרשיידענע יאָרן






אויפן וועג שטייט אַ בוים

אויפן וועג איז אַ בעריאָזקעלע געוואַקסן
און דער ווינט ה
אָט עס געבויגן ביי די אַקסל:

איי־ליו־ליו, איי־ליו־ליו געבויגן

ביי די אַקסל אירע דינינקע און צאַרטע.
וו
אָלט עס פליגל וואו געקראָגן כאָטש געגאַרטע,

וואָלט עס דאָך מיט מיר אַוועקגעפלויגן.
איי־ליו־ליו – מיט מיר אַוועקגעפלויגן

צו דעם לאַנד אין שליאַכן אויסגעחלומט,
צו דעם לאַנד אין שלאַכטן אויסגעשלומט,

צו דעם לאַנד פון מיינע קינדסקינדער און אבות.

איז דאָך דאָס ניט מער ווי אַ קאַטאָוועס!
איי־ליו־ליו – ניט מער ווי אַ קאַט
אָוועס.

אויפן וועג שטייט אַ בעריאָזקעלע געבויגן,
כ'פלי פאַרביי –
פאַרוויינט זענען די אויגן.

איי־ליו־ליו – פאַרוויינט זענען די אויגן.


מ
אָסקווע, 1969








איך בין קיין מלאך ניט
און כ'לעב ניט צווישן קיין מלאכים
נאָר דאַנק און לויב דעם אייבערשטן –
די אויגן מיינע
זיינען ניט פאַרשט
אָכן
כ'ז
אָל שווענקען זיך אין ביטערניש
פון גרייז־און־גרוי,
אַ נאַקעט־עלנטער
כדי אַרויס אַ ריינער
ווי ס'גר
אָז נאָך אַ פרימאָרגן טוי,


נ
אָר יענע לייט...
י
אָ, יענע לייט געמיינע,
וו
אָס האָבן צוגערויבט מיין צוטרוי –
ז
אָלן זיי געזונט זיין
עד מאה ועשרים,
פאַר מיר זיינען זיי שוין
פון לאַ-אַ-נ-ג אַוועק, –
קען מען דען ה
אָבן טענות צו די טויטע?..
ניט מער – מע דאַרף געהיט זיין
דווקא איצט –


ס'גיהנום פלאַקערט, פייער־פונקען שפּריצן
און ס'טריפט מיט גיפטיק־הייסער סלינע,
מיט גאַל מיט גרינער
טאַקע פון דער זעלבער
אומגעלומפּערטקייט פון קנאה.

ירושלים, סוף 1990ער




די וועלט

טאַקע שיין ווי די וועלט
איז די וועלט,
אַזוי פול ווי דער מילגרוים
קיין טראָפּנדל שיינקייט
ניט פעלט.

און די שטילקייט די טיפסטע
קיין וויילע ניט שווייגט
ווייל ס'בליט
אַזוי ליכטיק
דער צוויט אויף דער צווייג
און איר לויטער געז
אַנג,
אַז די יאָרן פאַרשפּילטע
געווינסטו אויפסניי
און עס טר
אָגט דיך אַלמעכטיק
צום בורא דיין ד
אַנק:

טאַטע־פאָטער,
ז
אָל אימיצער פּרואוון מיך שניידן
אויף שטיקלעך,
וועל איך אויך ניט פ
אַרפעלן
מיט פרייד זיך צו וויקלען
ווי די ווייסינקע, פייכטלעכע בלימעלעך
אויף דעם קרומלעכן מ
אַנדל־בוים שטאַם
און אפילו צוזאמען מיט מיין לעצטן
אָטעם
וועט אויפבליצן צעקוועלט מיין טרייע ליבש
אַפט
צו דער לעבעדיקער ד
אָ־וועלט.


ירושלים, 1997








Subscribe

  • פון נייסטע לידלעך 2

    באריס קארלאוו September 14 at 12:14 PM · שבת, שבת, שבת שובה בעט מחילה, פּראַוועט תּשובה עסט געפילטע פיש מיט כריין…

  • פון די נייסטע לידלעך 1

    באריס קארלאוו September 17 at 3:18 AM · איך האָב דערקענט דעם זונפאַרגאַנג און ער האָט אונדז דערקענט די לעצטע…

  • Lord of Song דער האַר פון ליד

    ווערטער: באָריס קאַרלאָוו מוזיק און געזאַנג: לאַריסאַ פּריוואַלסקי דער האַר פון ליד עס האָט געזאָגט דער האַר פון ליד צום קעניג פון…

  • Post a new comment

    Error

    default userpic

    Your reply will be screened

    When you submit the form an invisible reCAPTCHA check will be performed.
    You must follow the Privacy Policy and Google Terms of use.
  • 2 comments