קאלאמיי, זומער 2004, פאטא: פאוועל פיגורסקי
PHOTO: Pawel Figurski
סיגעט -- הערלוי --יאס --באטשאן -- קאלאמיי
2008-1922
אַ קורצער פּורים־שפּיל
געשפּילט פון אברהם ווידער און זיין ברודער
אין הערלוי און שפּעטער אין יאַס פאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה
לויטן נוסח וועלכן זיי האׇבן זיך אויסגעלערנט
אין די פריע 1930ער
פון זייער טאַטן, א געבוירענעם אין סיגעט
דער חתן־בחור קומט אַריין אין שטוב און זאָגט:
אַ גוטן טאַ-אַ-ק!
נעכטן נאָך מיטאָג
בין איך געקומען פון פּראַג.
איך וועל אייך דערציילן
די גאַנצע וואָרהייט,
אַז כ'האָ מיך דאָרט
אַ גאַנץ יאָר אַרומגעדרייט.
איך האָ געוואָלט שטודירן
אויף [אַ] לערער
האָב איך מיך דערזען
אויף אַ קוימענקערער.
און אַז איך כ'האָ מיך שוין יאָ דערזען
אויף [אַזאַ] שיינע ריינע מלאכה
בין איך געקומען זוכן
אַ ווייבל פון אַ שיינע משפּחה!
איך בין געקומען אַהער
זוכן אַ שיינעם שווער, –
ער זאָל קענען
אַ שטיקעלע גמרא,
ער זאָל מיר קויפן
אַ טלית מיט אַ[ן] עטרה.
און ווער ס'וועט מיר
נאָכגעבן
די אַלע זאַכן
קען איך שוין גיין
תנאים מאַכן!
די כלה־מויד הייבט זיך אויף און ענטפערט אים:
זאָג מיר, דו קליינער,
מוז דען זיין דער מחותן
אויך אַזאַ שיינער?
דאָרט וואו דאָס מיידל
וועט דיר געפעלן –
דאָרט וועסטו
די חופּה שטעלן!
זאָג, דו אַליין,
בין איך נישט גענוג שיין?
זאָל איך אַזוי זיין געזונט,
ווי איך בין אַ טייער קינד!
וועסט פאָרן
ביז קיין קראַסנעשאָרע
'עסט אויך ניש טרעפן
אַזאַ מיידל אַזוי ווי איך – טפו! –
קיינענאָרע!

יידישע קוימענקערער אין דער שטאט לידע אין ליטע
דער מקור:
http://www.eilatgordinlevitan.com/lida/l

Comments