CARPE DIEM
-
אַ ליד איז ווי אַ צייכענונג
מיט וואָכעדיקע ווערטער
וואָס מאַכט
די גרויע וואָכעדיקייט
האַרציקער און נענטער
וואָס מאַכט
די דריבנע פּרטימדיקייט
יום־טובדיקער, שבתדיקער
און דעם קורצן עולם־הזה
אַביסל
עולם־הבאדיק
איז אַנשטאָט צו זאָרגן
זינגט עס, זינגט עס
אדרבא
צי ס'איז דאָ, צי ניט
דער מאָרגן
כאַפּט
אַ שטיקל עולם־הבא
בן אדם מה לך נרדם
בן אַדַם, מה לך נרדַם?י
ס'טייטש? אַנטדרעמלט געוואָרן, בן־אָדם?!י
ס'טייטש? אַנטדרעמלט געוואָרן, בן־אָדם?!י
שטיי אויף ווי אַ לייב פון פלאַם
און מעכטיק זיך קעגן דעם צאָרן און אָטעם
איין אין די לונגען די ערשטע לופט
פונעם נייעם טאָג!
אַ פרישינק ווינטל ווערט אַנטגופט
פון אַלטער פּלאָג,
אַ גרעזל אַ נייס נעמט שפּאַלטן
דעם נאַרישן
אַספאַלט
דעם בולוואַרישן!..
דו טאָרסט ניט שלומערן ווייטער,
בן־אָדם!
ס'איז היינט ווי תמיד
אַ נייע מאָדע:
די וועלט די ליכטיקע איז גאָרניט אַזוי סתם.
בן אַדַם, מה לך נרדַם?..
.א
הער גינטער גראַס, איר זענט גערעכט:י
די וועלט קאָן האָבן אַ מפּלה.י
זי איז ניט זיכער מער, די וועלט,י
און ס'ציטערט פּלישטימס אַיאַטאָלע
איבער דער וועלטלעכער געפאַר
וואָס לויערט איבער אַלץ און אַל
צוליב אַ לענדעלע אַ קליינס
וואָס הייסט ישראל.י
ס'איז גרויזאַם ביטער דער וועלטס גזר,י
ניט העלפן וועט דאַ קיין יללה --י
כל־זמן פאַרניכטונגס דראַנג ווירוואַר
צעווילדעוועט זיך מיט בהלה
פון אומגעהייער טיפן האַס
צום לענדל וואָס איז ניט קיין שפּאַס,י
וואָס מעכטיקט זיך אין גבולן שמאָלע...י
איר זענט גערעכט, הער גינטער גראַס!י
גערעכט איז דער
וואס מיינט
ער האט דאס רעכט
גערעכט צו זיין
ווי ס׳איז גערעכט
דאס פעסל עסיק
וואס מיינט: י
כ׳בין פול מיט וויין
ווי ס׳איז גערעכט
דאס ווערעמל אין כריין
וואס זאגט: ס׳איז מלא טעם
און מלא חן
און ס׳איז גערעכט
אויך דער
וואס מוסר זאגט
זיין גנאד און חסד
איז די זיסקייט פון דער קלאג
וואס ער צעטרעסעט
איבער וועלט גאר פיין
ווייל ער, נאר ער
פארמאגט
דאס רעכט
גערעכט צו זיין
י
י
הערסט, רעגן, י
י
הערסט, רעגן, י
מיר קענען זיך
שוין יאָרן, י
יאָרן, י
יאָרן
נאָר מיר
דיין קאַפּען
איז נאָך נמאס
ניט געוואָרן
און אויך
דיין גיסן זיך
שוואַליאָם
מיך ווייניק
קלעמט
אַ לויב דיר
וואָס דו קומסט
אַהער
פון ווייטער
הויכער
פרעמד
סיי טראָפּנווייז
סיי שטראָמענדיק
פאַרפלייצסטו
די טרוקעניש
וואָס גיט זיך
ניט קיין עצה
און ענדלעך
זוכט זיך אויס
אַ קאַפּעלע
מנוחה
פון דיר אויפסני, י
אויפסניי, י
אויפסניי –י
צעפּליוכעט
קוק אויף דער וועלט מיט שמייכלדיקע אויגן
וועט ווייכער ווערן אויך די כמורנע וואָר
איר מענטשלעכקייט – אַ קאַפּעלע דערהויבן
איר ליכטיקייט – דערמוטיקט אויף אַ האָר
און "אויף אַ האָר" איז גאָר אַ מאָס אַ וואַזשנע
ווייל אָפט עס הענגט דערויף די גאָרע וועלט
פון חכמי־בבל ביז דעם רב דעם דראַזשנער
פון סיני'ס מידבר־גלי ביז די סיבירער קעלט
און אויב די אויגן טוען מער ניט שמייכלען
וועט אויך די וואָר ניט ווינקען אויף צוריק
און גאָרניט וועט ניט העלפן. טוסקלער בליק
וועט רק דעם צער־און־צאָרן כמורנע כפלען,י
פאַרכמאַרעדיק אַלצדינג מיט טיפע צווייפלען
כאָטש נעם און הענג זיך אויפעט אויף אַ שטריק. י
-
דערמאָנונג וועגן דער אומקונפט
דו דערמאָנסט זיך אין דער צוקונפט
און עס ווערט דער היינט דיר העלער:
הויכע וואָלקנס, שלאַנקע רוקנס,
אָן שום פינצטערניש פון קעלער.
און דו הערסט גלייך אויף צו בענקען
נאָך דער שלווה, נאָך דער שטילקייט
אין די קלאַנגען טוסט זיך שווענקען,
אין די מילדקייטן פון ווילדקייט.
און עס טוט ניט באַנג דער נעכטן
נאָר די פרייד פון גוטן שמייכל
העל באַשיינט דאָס אומדערגרייכטע,
דעם געמיט, דיין טרייען וועכטער.
מענטשן, זייט זיך ניט מיאש!
אַלע וואַסערן און שטערן
וועט דער בורא מאורי האש
צו דער אייביקייט אומקערן,–
און דער מאָרגן, אָך דער מאָרגן,
און דער מאָרגן, אָך דער מאָרגן,
וועט אויפסניי שוין ווערן אומקונפט
מאַכט אַ וואַרע, לעבט אַ וויילע
איידער ס'פאַלט באַלד צו די צוקונפט.
Акция "С ненавистью к примирению и согласию"
- Nov. 3rd, 2011 at 2:30 PM
Евгений Лесин. Андрей Чемоданов. Андрей Щербак-Жуков. Борис Панкин.
Проект журнала "Медведь". Ведет Ян Шенкман.
Книжный магазин "Циолковский".
Новая площадь д.3/4 (здание Политехнического Музея), подъезд 7д.
11 ноября, пятница. Начало в 19.00. Вход свободный.
Перепост приветствуется.
Проект журнала "Медведь". Ведет Ян Шенкман.
Книжный магазин "Циолковский".
Новая площадь д.3/4 (здание Политехнического Музея), подъезд 7д.
11 ноября, пятница. Начало в 19.00. Вход свободный.
Перепост приветствуется.

